און משה איז געגאַנגען, און האָט גערעדט די דאָזיקע װערטער צו גאַנץ ישׂראל. און ער האָט צו זײ געזאָגט: אַ מאַן פֿון הונדערט און צװאַנציק יאָר בין איך הײַנט; איך קען ניט מער אַרױסגײן און אַרײַנגײן; און גאָט האָט צו מיר געזאָגט: װעסט ניט אַריבערגײן דעם דאָזיקן יַרדן. ה׳ דײַן גאָט, ער גײט אַריבער דיר פֿאַרױס...
איר שטײט הײַנט אַלע פֿאַר ה׳ אײַער גאָט, אײַערע הױפּטלײַט, אײַערע שבֿטים, אײַערע עלטסטע, און אײַערע אױפֿזעערס, אַלע מענער פֿון ישׂראל, אײַערע קלײנע קינדער, אײַערע װײַבער, און דײַן פֿרעמדער װאָס אין דײַן לאַגער, פֿון דײַן האָלצהעקער ביז דײַן װאַסערשעפּער; אַז דו זאָלסט אַרײַנטרעטן אין דעם בונד פֿון ה׳ דײַן גאָט...
און עס װעט זײַן, אַז דו װעסט קומען אין דעם לאַנד װאָס ה׳ דײַן גאָט גיט דיר פֿאַר אַ נחלה, און װעסט עס אַרבן, און זיך זאָלסטו נעמען פֿונעם ערשטן פֿון יעטװעדער פֿרוכט פֿון דער ערד, װאָס דו װעסט אַרײַננעמען פֿון דײַן לאַנד װאָס ה׳ דײַן גאָט גיט דיר, און זאָלסט אַרײַנטאָן אין אַ קאָרב, און גײן צו דעם אָרט...
אַז דו װעסט אַרױסגײן אין מלחמה אַקעגן דײַנע פֿײַנט, און יהוה דײַן גאָט װעט זײ געבן אין דײַן האַנט, און װעסט פֿאַנגען פֿון זײ געפֿאַנגענע, און װעסט זען צװישן די געפֿאַנגענע אַ פֿרױ שײן אין געשטאַלט, און װעסט זי גלוסטן, און װעסט זי דיר װעלן נעמען פֿאַר אַ װײַב...
ריכטער און אױפֿזעער זאָלסטו דיר מאַכן אין אַלע דײַנע טױערן, װאָס ה׳ דײַן גאָט גיט דיר, לױט דײַנע שבֿטים; און זײ זאָלן משפּטן דאָס פֿאָלק מיט אַ גערעכטן משפּט. זאָלסט ניט פֿאַרדרײען אַ משפּט; זאָלסט ניט דערקענען קײן פּנים, און ניט נעמען שוחד, װאָרום שוחד מאַכט בלינד די אױגן פֿון קלוגע...
זע, איך לײג פֿאַר אײַך הײַנט אַ ברכה און אַ קללה; די ברכה, אױב איר װעט צוהערן צו די געבאָט פֿון ה׳ אײַער גאָט, װאָס איך געביט אײַך הײַנט, און די קללה, אױב איר װעט ניט צוהערן צו די געבאָט פֿון ה׳ אײַער גאָט, און איר װעט זיך אָפּקערן פֿון דעם װעג װאָס איך באַפֿעל אײַך הײַנט, כּדי צו גײן נאָך פֿרעמדע געטער...